סיריע. — אמעריקע האט אריינגעפירט א נייעם טראק-געפירטן לאנג-שטרעקיגן ראקעט ארויסשיסער סיסטעם, פון ירדן, אריין צו אן אמעריקאנער באזע אין טאנף-סיריע, וואו אמעריקע פירט אן די שלאכטן קעגן דער אייסיס טעראר גרופע אינאיינעם מיט אירע סיריער אליאירטע. דער סיסטעם איז שוין ביז יעצט גענוצט געווארן, פונעם ירדנ'ער באדן, צו באשיסן די פאזיציעס פון די אייסיס טעראריסטן, וועלכע זענען פארטריבן געווארן פון אט דעם מדבר ראיאן. יעצט איז דער פראבלעם אז די סירישע טרופן, געשטיצט דורך די איראנער פרא אסאד טרופן, ווילן איבערנעמען דעם ארט, און אמעריקע וויל דאס נישט צולאזן, ווייל דאס וועט דעסטאביליזירן דעם צושטאנד. די סיריער רעבעלן האבן אריגינאל איבערגענומען קאנטראל פון דעם ארט, אין דרום-מזרח סיריע, נעמליך דעם שטאט טאנף, כדי צו קאנטראלירן דעם הויפט באגדאד-דמשק הייוועי, כדי צו פארמיידן איראן פון ליפערן וואפן צום סיריער רעזשים, און אמעריקע וויל נישט אז יעצט צוליב דעם וועקיום זאל זיך די סיריער ארמיי דארטן פריש פארפאנצערן.





קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל