דייטשלאנד – פארשידענע באאמטע אין דייטשלאנד האבן ארויסגעלייגט נייע פלענער איבער וויאזוי צו העכערן די זיכערהייט אין לאנד. די רעגירונג וויל פאדערן אז די טעלעקאם פירמעס זאלן מוזן אינסטאלירן ספעציעלע מאשינקעס צו קענען ערמעגליכן די רעגירונג אונטערצוהערן געשפרעכן, אנצייגנדיג אז טעראריסטן נוצן ענקריפטירטע קאמוניקאציע מעטאדן, צב"ש וואצעפ און "סיגנאל", וואס מיינט אז מ'קען נישט הערן וואס די טעראריסטן פלאנען. ענליכע פלענער זענען אויפגעברענגט געווארן דורך די דערנעבנדיגע עסטרייך. גראדע, אין מזרח דייטשלאנד, וואו די זכרונות פון דער קאמוניסטישער רעגירונג וועלכע פלעגט שפיאנירן אויפ'ן פאלק זענען נאך רוי, זענען די פלענער נישט גינסטיג אויפגענומען געווארן. די דייטשע רעגירונג האט אויך געמאלדן אז מ'וועט נידערן דעם עלטער פון יונגע אימיגראנטן וואס מוזן זיך רעגיסטרירן דורך פינגער פרינטס, פון די איצטיגע 14 יאר, צו בלויז 6 יאר אלט. דייטשלאנד איז אונטער א שאטן פון טעראר, זינט די פארשידענע אטאקעס אין פראנקרייך און אין בעלגיע און די אטאקע און צוליב דער טראק אטאקע אין א בערלינער מארקעט פארגאנגענעם דעצעמבער אין וועלכע 12 זענען אומגעקומען.

 

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל