דער פאטער פונעם אמעריקאנער סטודענט - אטטא ווארמביער - האט אפגעהאלטן א פרעסע קאנפערענץ אין וועלכע ער האט מיטגעטיילט איבער די שווערע געזונט צושטאנד זיין זון געפונט זיך. לויט די נארט קארעא אויטאריטעטן געפונט זיך שוין דער יונגטליכער 15 מאנאטן אין א קאומא צוליב א געזונטהייט קאמפליקאציע. די נארט קארעאר אויטאריטעטן האבן געזאגט אז די קאמפליקאציע האט פאסירט צוליב א עסן פארגיפטיגונג און א שלאף פיל, אבער דער פאטער זאגט אז ער גלייבט זיי נישט און ווי עס שיינט איז זיין זוהן אריבער שוידערליכע פייניגונגען אין די ארטיגע טורמעס ביז ער האט פארלוירן זיין באוואוסטזיין. די דאקטוירים זאגן אז דער סטודענט ליידט פון שווערע שאדנס אין מח, און ער וועט ווארשיינליך נישט קענען זיך ערהוילן.

דער פאטער האט זיך באדאנקט פאר פרעזידענט טראמפ און דער סעקערטערי אף סטעיט טילערסאן פאר זייערע באמיאונגען צו באפרייען זייער זוהן, זאגנדיג אז פון די פריערדיגע אדמינסטראציע האט ער נישט באקומען דאס מינדעסטע הילף,  ער האט גלייכצייטיג שטארק אראפגעריסן נארט קארעא פאר די אומבאשרייבליכע ברוטאליטעט פון נישט לאזן זיין זוהן באקומען די נויטיגע באהאנדלונג פאר אזויפיל צייט וואס האט געברענגט דערצו אז ער וועט ווארשיינליך זיך נישט קענען ערהוילן.



קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל