עס ווערט יעצט אפגעצייכנט דריי וואכן פון ווען א מיליציע פארבינדן צו אייסיס האט איבערגענומען קאנטראל פון די שטאט מאראווי אין די פיליפינער אינזלן, און לויט די עדות פון איינוואוינער וועלכע האבן באוויזן צו אנטלויפן איז די הומאניטארע צושטאנד דארט שוידערליך, א איינוואוינער האט פארציילט פאר די פרעסע איבער ״הונדעטער טויטע קערפער״ וועלכע וואלגערן זיך אויף די גאסן און נאכאנאנדע שיסערייען צווישן די מיליטער און די מיליציע קעמפער, וועלכע לאזן איבער אויך פולע ציווילע טויט אדער פארוואונדעט.

פון ווען די מיליטער האט אונטערגענומען די אפעראציע צו אויסראטן די טעאריסטישע גרופע זענען שוין אומגעקומען א געשאצטע 300 מענטשן, אריינגערעכנט איבער 200 דשיהאדיסטן און ארום 60 פיליפינער זעלנער און נאך ארום 30 ציווילע קרבנות, אבער די ציפערן זענען מעגליך העכער פון דעם, און מען האט נאכנישט קיין פונקטליכע בילד איבער וואס גייט דארט פאר צוליב די באגרעניצטע צוטריט פאר דרויסנדיגע צו די שטאט, דער פילפינער פרעזידעט האט געגעבן א באפעל פאר די ארמיי נישט צו איבערלאזן ״קיין איין לעבעדיגער טעראריסט״ און די מיליטער שוינט נישט אפ קיינעם, וואס מאכט די קאמפ גאר ברוטאל פון ביידע זייטן.



קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל