אין די טעג קומט פאר אין ציפערן די יערליכע דשי-3 סאמיט צווישן די דריי מיטללענדישע לענדער מדינת ישראל, ציפרוס, און גריכנלאנד, ווי די לענדער טוען אויסשמועסן די געמיינזאמע אינטרעסן, אנגעהויבן פון מיליטערישע קאאפעראציע און האנדלס אפמאכן און אזוי ווייטער. צווישן אנדערע האט דער מדינת ישראל פרעמיער מיניסטער נתניהו אויפגעדעקט א פלאן צו בויען א לאנגע רער וועלכע וועט לויפן אונטער דעם מיטל-לענדישער ים און וועט פירן נאטורליכע גאז פון מדינת ישראל קיין קפריסין און פון דארט קיין גריכנלאנד פון ווי עס וועט קענען טראנספארירט ווערן צו אנדערע אייראפעישע לענדער, אלע דריי לענדער האבן אונטערגעשריבן א אפמאך צו ארבייטן אינאיינעם אויף די פייפליין - וואס וועט לויפן אויף 1,350 מייל - וואס קען ברענגען שטארקע עקאנאמישע בענעפיטן פאר אלע דריי לענדער, און דער מדינת ישראל פרעמיער מיניסטער האט עס אנגערופן א רעוואלוציע אין די האנדל צווישן מדינת ישראל און אייראפע.



קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל