די טראנספארטאציע זיכערהייט דעפארטמענט אינאיינעם מיט אמעריקען עירליין פירן יעצט דורך פראבעס אויף א מער פארגעשריטענע עירפארט סקענער וואס מען נוצט צו אריבערפירן די האנד-באגאדשען און פערזענליכע חפצים פאר׳ן ארויפגיין אויפ׳ן פליגער, ביז היינט טאר מען נישט אריבערפירן קיין פליסיגקייטן וויבאלד די סקענער קען נישט דערקענען וועלכע סארט פליסיגקייט דאס איז און עס קען זיין כעמיקאלן, און אזוי אויך דארף מען ארויסנעמען די לעפטאפ פון די באגאדש וויבאלד די סקענער קען דאס נישט דורכקוקן, די נייע סקענער קען לעזן ביידע פראבלעמען, זי קען אידענטיפיצירן פליסיגקייטן און אזוי אויך סקענען לעפטאפס אינעם באגאדש.

די נייעס סקענער ווער יעצט אויספרובירט אין א עירפארט אין פיניקס אריזאנע, און אויב עס וועט זיך ארויסשטעלן גענוג זיכער און עס קומט נאך די סטאנדארטן פון די טי-עס-עי דאן וועט דאס צוביסלעך ווערן אינסטאלירט אין אלע אמעריקאנער לופט-האפנס און עס איז ערווארטעט צו פארשנעלערן די פראצעדור און מען וועט דארפן ווייניגער ווארטן אין די רייע ביי די זיכרעהייט פונקט. באאמטע זאגן אז דאס וועט אויך לעזן די זארג איבער מעגליכע באמבעס איינגעפלאנצט אין לעפטאפס.



קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל