דער אטוירני דשענעראל פון וואשינגטאן דיסטריקט אוו קאלאמביע, און פון מערילענד האבן געמאלדן אז זיי האבן אריינגעגעבן א קלאגע צום פעדעראלן געריכט, אין וועלכע זיי טוען באשולדיגן פרעזידעט טראמפ אין פארלעצן די קאנסטיטוציע מיט׳ן נעמען טובות פון אויסלענדישע רעגירונגען. דער אטוירני דשענעראל פון וואשינגטאן די.סי. זאגט אז זינט דער פרעזידעט האט זיך אריינגעצויגן אין ווייסן הויז האט ער שוין גענאסן פון ״מיליאנען״ אין אומדירעקטע שוחד פון אויסלענדישע רעגירונגען וועלכע טוען ביזנעס מיט זיינע פירמעס, וויסנדיג אז דאס וועט זיי געבן קרעדיט ביים פרעזידענט. אזוי אויך שטייען איין אויסלענדישע פירער און דיפלאמאטן אין די טראמפ האטעל אין וואשינגטאן. זיי זאגן אז דער פרעזידענט האלט נישט איין זיין צוזאג פון אוועקשטיין פון זיין ביזנעס, און צייגן אן אז זיין זוהן האט געזאגט אז זיין פאטער ווערט אינפארמירט אויף אלע אנטוויקלונגען אין די ביזנעס אימפעריע. אויב וועלן די פעדעראלע ריכטער אננעמען די קעיס, איז מעגליך אז טראמפ וועט זיין געצווינגן צו פארעפנטליכן זיינע טעקס רעטוירנס.



קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל