די ליבעראלע נארוועגן, א לאנד וואס איז באקאנט מיט איר ליבעראליזם און פלוראליזם ווען עס קומט צו אימיגראציע און פליכטלונגען, איז די לעצטע אין די ליסטע פון א רייע אייראפעישע לענדער וועלכע נעמען שריט צו באגרעניצן די באנוץ פון א מוסלעמענישע פולע קאפ צודעק אין די עפנטליכקיי.

די געזעץ, וועלכע ליגט יעצט אין פארליאמענט, וועט פארבאטן אזא קאפ צודעק פאר לערערינס און שולערינס צוגלייך, אנגעבנדיג אז עס שטערט די פארבינדונג צווישן די לערערינס און די שולערינס אויב קען מען זיך נישט געהעריג זעהן איינע די צווייטע. די איסלאמישע קאנסול אין נארוועגן האט געזאגט אז די געזעץ איז מאטיווירט פון ראסיזם, וויבאלד עס איז כמעט נישטא אזא ערשיינונג אין נארוועגן, און דאס טוט אראפמאלן מוסלעמענער אין א נישט גוטע ליכט.



קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל