פארטא ריקא, אן אינזל אין די קאריבישע ים וועלכע איז א אמעריקאנער טעראטאריע, וואס באדייט אז זי איז אונטער אמעריקע אבער פארט האט זי אן אייגענע לאנד און אייגענע געזעצן, און איז נישט פולשטענדיג אונטערגעווארפן די פעדעראלע רעגירונג. אבער דאס קען זיך יעצט טוישן אין ליכט פון די נאציאנאלע רעפערענדום אין וועלכע אזויפיל ווי 97% פארטא-ריקאנער האבן געוועלט זיך צו גענצליך אנשליסן אין די פאראייניגטע שטאטן אלס א 51'סטער שטאַט.

די רעפערענדום איז נישט בינדענד, וואס באדייט אז די רעגירונג מוז נישט אויספאלגן די רעזולטאטן. אזוי אויך טוט די אפאזיציע גענצליך אפווארפן די רעפערענדום און האבן זיך נישט באטייליגט. זיי ווייזן אן אז בלויז 23% פון די שטים בארעכטיגטע אין פארטא ריקא האבן אנטייל גענומען אין די רעפערענדום, וועלכע איז באיאקאטירט געווארן דורך די אפאזיציע.

פארטא ריקא געפונט זיך אין א גאר שווערע צושטאנד. זי פאלט אונטער א לאסט פון דעפיציט אזויפיל ווי 120 ביליאן דאלער, איר ערציאונג סיסטעם איז גאר אונטערשטעליג און די אינפרוסטרוקטור צופאלט. עס קומט דארט פאר א נאציאנאלע דעבאטע אויב די בעסטע וועג צו פארריכטן די מצב איז דורך דערקלערן זעלבסשטענדיגקייט פון אמעריקע, אדער פארקערט דורך ווערן א אמעריקאנער סטעיט. א דיסקוסיע וועלכע צוטיילט דאס לאנד.



קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל