אין מאסקווע און אין נאך שטעט איבער רוסלאנד ווערן היינט אפגעהאלטן גרויסע פארזאמלונגען צו פראטעסטירן די קארופציע פון די פוטין רעזשים. די רוסישע רעגירונג זוכט צו טון וואס מעגליך צו דערשטיקן די באוועגונג פון פראטעסטן וואס קומען פאר די לעצטע פאר מאנאטן, הויפטזעכליך דורך יונגע מענטשן, טייל פון זיי זענען שוין געבוירן געווארן אונטער די פוטין רעזשים. אין א פרואוו צו אפשרעקן די ארגאניזירער, האט די פאליציי ווידער ארעסטירט דעם הויפט ארגאנעזירער און אפאזיציע פיגור אַלעקסיי נעוואַלני. פאליציי האט אים אפגענומען היינט אינדערפרי פון זיין שטוב, און ער ווערט פארהאלטן אויף קלאגעס פון שטערן די עפנטליכע ארדענונג.

נעוואַלני, וועלכער האט אויפגעוועקט די יעצטיגע כוואליע פון פראטעסטן, ווערט געזען ווי א פאסיגע קאנדידאט צו לויפן אלס פרעזידענט קומענדיגע יאר קעגן פוטין, און ער האט שוין געמאלדן איבער זיינע פלענער צו לויפן. דעריבער ווערט ער שטארק פארפאלגט דורך די רעזשים, וועלכע האלט אים פאר א געפאר. די ארעסט האט נאר פארשטערקערט די פראטעסטן, און פולע טויזנטער האבן מארשירט אין מאסקווע, סענט פעטערסבורג, און נאך פולע רוסישע שטעט, און פארלאנגט די באלדיגע באפרייאונג פון נעוואַלני.

די פראטעסטן זענען פארגעקומען אין 196 לאקאלן איבער גאנץ רוסלאנד, אין די טאג וואס רוסלאנד צייכנט אפ די טאג וואס מען האט אויפגעשטעלט א דעמאקראטישע רעגירונג אין 1990ֿ. די פראטעסטן האבן זיך אנגעהויבן רואיג אבער זענען גאנץ שנעל דערקייקלט געווארן אין כאאטישע צוזאמענשטויסן מיט די פאליציי, וועלכע האט פרובירט צו דערשטיקן דעם פראטעסט, און מיט ברוטאלע מיטלן צו אפשרעקן די פראטעסטירער פון ארויסקומען פראטעסטירן. פולע הונדערטער זענען ארעסטירט געווארן איבער פולע שטעט אין רוסלאנד.


קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל