דער רעפובליקאנער סענאטאר דשאן מקעין - דער עלטסטער רעפובליקאנער סענאטאר, און א קאנדידאט פאר פרעזידענט אין 2008 קעגן פרעזידעט אבאמא - איז באקאנט מיט זיין האלב-הארציגע שטיצע פאר׳ן פרעזידענט. אין די קאמפיין האט ער עפנטליך ארונטערגעריסן דעם פרעזידענט, און זינט די איינשווערונג טוט ער ווארפן קריטיק אויפ׳ן פרעזידענט ביי יעדע געלגענהייט. אבער וואס ער האט נעכטן געזאגט איז איבעראשנד צו הערן פון א רעפובליקאנער, און ספעציעל פון איינער וועלכער איז געלאפן קעגן פרעזידעט אבאמא.

ביי א קאנפרענץ אין וואשינגטאן, ביי א פראגע און ענטפער סעסיע מיט׳ן סענאטאר, איז ער געפרעגט געווארן איבער די לעצטע אטאקעס פונעם פרעזידענט קעגן דעם לאנדאנדער מעיאר סאדיק קהאן אין שאטן פון די טעראר אטאקע. דזשאן מ׳קעין האט קענטליך נישט געקענט זיך איינהאלטן און שטארק אראפגעריסן דעם פרעזידענט אויף זיינע נארישע און אומוויכטיגע געפעכטן מיט אינטערנאציאנאלע פיגורן. מ׳קעין האט געזאגט אז ״ווען עס קומט צו די גלאבאלע ארענע, איז זיכער אז אונטער אבאמא האט אמעריקע געהאט בעסערע פירערשאפט״.


קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל