די ניינטע סירקוט אפעלאט געריכט האט היינט אפגעווארפן א פארלאנג פונעם ווייסן הויז, און ווידער באשטעטיגט אז די אפהאלט וואס פעדעראלע ריכטער האבן ארויפגעלייגט אויף דעם רייזע פארבאט פונעם פרעזידענט איז לעגיטים, און ווידערהאלט אז ״דער פרעזידענט האט נישט קיין אויסשליסליכע רעכט צו פארבאטן אימיגראציע, אויב קען ער נישט אנצייגן קלאר פארוואס דאס איז אין די אינטערעס פון נאציאנאלע זיכערהייט״. די געריכט האט גלייכצייטיג געגעבן רעכט פאר די פעדעראלע רעגירונג צו פארשטרענגערן די וועטינג פראצעס. דאס איז א ענליכע אורטייל צו דאס וואס די פערטע סירקוט אין ווירדישניע האט ארויסגעגעבן מיט עטליכע וואכן צוריק, און די אדמינסטראציע האט אריינגעגעבן א אפעלאט צום העכסטן געריכט. אצינד וועט אויך די אורטייל ווארשיינליך אפעלירט ווערן פאר׳ן העכסטן געריכט וועלכע איז צוטיילט צווישן קאנסערוואטיוון און ליבעראלן.



קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל