דער ניי ערוויילטער קאנגרעסמאן פון מאנטענע איז געשטעלט געווארן פארנט פון א ריכטער פאר׳ן  פיזיש אנגרייפן א דשורנאליסט וועלכער האט אים געפרעגט הארבע פראגעס. דער קאנגרעסמאן גרעג גיאנפארטע איז רעקארדירט געווארן ווי ער שלאגט דעם רעפארטער און דערביי שרייענדיג ״איך בין שוין מיד און קראנק פון ענק״. ער האט טראץ די אינצידענט געווינען די וואלן. דער קאנגרעסמאן האט מודה געווען אין זיין שולד, און האט ארגינעל באקומען 4 טעג טורמע אבער נאכדעם האט דער ריכטער עס רעדוצירט צו 40 שעה קאמיוניטי סערוויס. אזוי אויך 20 שעה וואס ער וועט דארפן גיין פאר ״טעראפי״ וויאזוי צו באהערשן זיין כעס, און אין צוגאב דארף ער צאלן $385 פאר׳ן רעפארטער וועמענ׳ס ברילן ער האט צובראכן.

דאס קומט נאכדעם וואס דער קאנגרעסמאן מיט׳ן רעפארטער האבן אונטערגעשריבן אן אפמאך אונטער וועלכע דער רעפארטער וועט נישט קלאגן דעם קאנגרעסמאן און אין אויסטויש האט ער געשריבן א בריוו פון אנטשולדיגונג און געגעבן א ביישטייערונג פאר א ארגאניזאציע וועלכע באשוצט דשורנאליסטן.



קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל