די מעיאר פון ווארשע וועט זיך היינט דארפן שטעלן פארנט פון א רעגירונג קאמיסיע פאר א אויספארשונג איבער א מעגליכקייט אז די הויז אין וועלכע זי וואוינט איז אומלעגאל אפגעקויפט געווארן און געהערט פאר א אידישע פאמיליע וועלכע איז פארטריבן געווארן פון דארט אין לויף פון די האלאקאוסט.

די פראבלעם פון אידישע פארמעגנס איז גאר א ברענעדיגע אין פוילן. הונדערטער טויזנטער היימען זענען פארלאזט געווארן נאכ׳ן קריג און זענען געווארן קאנפיסקירט דורך די רעגירונג. פולע האבן אויסגענוצט די געזעץ און איינגעגעבן פאלשע פאפירן אויף אידישע היימען אז עס באלאנגט צו זיי. נאכדעם וואס עס איז דורכגעפירט געווארן שטרענגערע געזעצן אין די 90'ער יארן וואס געט מער רעכט פאר אידישע פאמיליעס צו מאנען זייערע איינגטומען, איז אפירגעקומען א פאמיליע וועלכע זאגט אז די פאמיליע פונעם מעיאר האט זיך אומלעגאל באזעצט אין זייער הויז און עס באלאנגט צו א אידישע פאמיליע וועלכע זענען יורשים פונעם ארגינעלן אייגענטומער וועלכער איז אומגעקומען אין קריג.



קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל