וואשינגטאן – די פייזער דראג פירמע האט געהעכערט די פרייזן פון כמעט 100 מעדיצינען, מיט א דורכשניט פון 20 פראצענט אינעם איצטיגן קאלענדער יאר 17', אין אמעריקע, לויט א באריכט אינעם פיינענשל טיימס צייטשריפט. די אמעריקאנער דראג פירמע האט געהויבן די ליסט-פרייז פון 91 מעדיצינען, אין יוני 1, מיט 5-13 פראצענט, און האט אויך געהויבן די פרייזן אין יאנואר. וואס ווען מען קאמבינירט די ביידע העכערונגען מיינט דאס אז אין 17' האט זי געהויבן די פרייזן פון אט די 91 מעדיצינען מיט 20 פראצענט. פייזער האט אפגעענטפערט אז עס איז נישט ריכטיג צו רעכענען די ליסט-פרייזן, וואס זענען אפיציעלע פרייזן וואס קיינער צאלט נישט. אנשטאט דארף מען קוקן אויף די ריכטיגע פרייזן וואס מען צאלט, נאך דיסקאונטס און "ריבעיטס", און לויט דעם קומט אויס, לויט איר חשבון, אז די העכערונגען אין 17' זענען געווען ביי א דורכשניט פון בלויז 4 פראצענט.



קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל