וואשינגטאן – אלס קליין קינד האט איר אפשר אמאל געקלערט אז די געשמאקע ברוינע שאקאלאד מילך קומט פון ברוינע קיען, אבער ווען איר זענט גרעסער געווארן, האט איר זיכער איינגעזען אז שאקאלאד מילך איז נישט מער ווי פשוט'ע ווייסע מילך, צוגעלייגט קאקאו און צוקער דערין – אויסער אויב איר זענט פון די 16.4 מיליאן אמעריקאנער דערוואקסענע וועלכע שווערן זיך אז שאקאלאד מילך קומט פון ברוינע קיען... א נייע שטודיע פון די "אינאוועישאן צענטער פון אמעריקאנער מילכיגס" צייגט אז זיבן פראצענט פון אלע אמעריקאנער ערוואקסענע גלייבן אזוי, וואס ווען מ'רעכנט לויט די גאנצע אמעריקאנער פאפולאציע, קומט עס אויס ארום 16.4 מיליאן ערוואקסענע, און אין אנדערע קאנטעקסט: די גאנצע פאפולאציע פון דער סטעיט פענסילוועניע. די רעזולטאטן פון דער אנקעטע איז אויפגענומען געווארן ווי א שאק ביי דער אגריקולטור אינדוסטריע אין אמעריקע, אז אזויפיל אמעריקאנער בירגער האבן ניטאמאל די מינדנסטע אנונג וואספארא כוחות עס גייט אלס אריין צו פראדוצירן און שאפן די געשמאקע עסנווארג וואס זיי קויפן און עסן.



קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל