די רוסישע פארטיידיגונגס מיניסטערוים האט געזאגט, אז עס איז מעגליך אז דער אייסיס פירער און גייסטליכער פאטער אבו באכר אל-באגדאדי איז אומגעקומען אין א רוסישע לופט אטאקע אויף די שטאט ראקא אין סיריע, וואס דינט אלס די הויפטשטאט פון די ארגאניזאציע. די באמבאדירונג איז פארגעקומען ענדע מאי, און האט געצילט א זיצונג פון די ארגאניזאציע׳ס פירער, אין וועלכע עס איז נישט קלאר אויב באגדאדי האט זיך באטייליגט. ער איז זינט דאן נישט געזען אדער געהערט געווארן און די רוסן זאגן אז ער איז מעגליך אומגעקומען אין די אטאקע אבער די ארגאניזאציע באהאלט עס כדי נישט צו הרגנ׳ען די מאראל צווישן אירע קעמפער.

אל-באגדאדי האט שוין עטליכע מאל זיך באוויזן צו ראטעווען פון באמבאדירונגען, און ער ווערט געגלייבט צו זיין פארוואונדעט פון אן אמעריקאנער לופט אטאקע אבער עס איז נישט באשטעטיגט. קוועלער אין די אייסיס טעראר גרופע לאכן אפ פון די רוסישע באריכט און זאגן אז באגדאדי געפונט זיך אין באהעלטעניש אין די מדבריות הונדערטער קילאמאטער אוועק פון ראקא. דער אייסיס פירער איז באקאנט מיט זיין שטארקע געווארנטקייט אז מען זאל נישט קומען אויף זיינע שפורן. ער געטרויעט נישט קיינעם מיט זיין זיכערהייט, וויסנדיג אז אמעריקע האט ארויפגעלייגט א 25 מיליאן דאלערדיגע פרייז אויף זיין קאפ.

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל