מאנהעטן – די ניו יארק סיטי רעגירונג האט אוועקגעשטעלט 1.35 ביליאן דאלאר, מיט'ן ציל צו שאפן פרישע הונדערט טויזנט דזשאבס אין די קומענדיגע צען יאר, וואס אין דורכשניט זאלן די דזשאבס ברענגען פופציג טויזנט דאלאר א יאר פאר די ארבעטער. מעיאר דעבלאזיא האט דאס נעכטן געמאלדן, האלטנדיג ווארט איבער זיין "סטעיט אוו די סיטי" רעדע וואס ער האט געגעבן אין פעברואר, און די דעטאליזירטע פלאן לויטעט ווי פאלגענד: דרייסיג מיליאן דאלער וועט גיין צו שאפן 3,500 דזשאבס אין סייבער-סעקיוריטי; 91 מיליאן פאר 4 טויזנט דזשאבס אין דער פראכט אינדוסטריע, אריינגערעכנט דאס אינוועסטירן אין אינפראסטרוקטור אין "האנטס פוינט" און די "סאוט ברוקלין מארין טערמינאל"; 7.5 מיליאן דאלאר צו שאפן "אפּרענטיס" פאזיציעס, וואס באדייט פערזענליכע געהילפן צו גרויסע עקזעקוטיוון, אין די העלט-קעיר און סייענס אינדוסטריע. די איין ביליאן דאלער וועט גענומען ווערן פון די עקזיסטירנדע בודזשעט פלענער, וואס דעריבער טוען די סיטי באאמטע פארשפרעכן אז ס'וועט נישט צולייגן פרישע שטייערן אדער דעפיציטן צום סיטי בודזשעט.



קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל