אלבאני – די מאנופעקטשורינג אינדוסטריע אין ניו יארק סטעיט בליעט און וואקסט, נאכדעם וואס א פרישער באריכט צייגט אז אין יעצטיגן מאנאט יוני האט די אינדוסטריע איר בעסטן מאנאט זינט סעפטעמבער יאר 14' – וואס דאס איז אויך א גוטער צייכן אין אלגעמיין פאר אמעריקאנער פאבריקן, אז מאנופעקטשורינג דזשאבס קומען צוריק קיין אמעריקע. די פעדעראלע רעזערוו באנק אין ניו יארק זאגט אז די ניו יארק סטעיט "מאנופעקטשורינג אינדעקס" איז געשטיגן צו 19.8 אין יוני, און ספעציפיש צייגן די ציפערן אזוי: נייע באשטעלונגען ביי ניו יארקער פאבריקן איז געשטיגן צו 18.1 אויפ'ן אינדעקס; שיפמענטס איז געשטיגן צו 22.3 אויפ'ן אינדעקס, און דאס אויפנעמען פרישע ארבעטער איז געשטיגן צו 7.7 אויפ'ן אינדעקס. די פאזיטיווע ציפערן פאר ניו יארקער, און אין אלגעמיין אמעריקאנער, פאבריקן, איז א דירעקטער רעזולטאט פון דעם וואס אין די לעצטע צען יאר האט די פעדעראלע רעגירונג נאכאנאנד געשאפן פרישע אינסענטיוון פאר ביזנעסער צוריקצוברענגען מאנופעקטשורינג קיין אמעריקע.



קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל