וואשינגטאן – געזונטהייט גרופעס האבן ארויסגעגעבן א רוף צו דער רעגירונג, צו סובסידירן די פרייזן פון פרוכט און גרינצייגן – דאס הייסט אז די רעגירונג זאל אריינגיסן געלטער אין דער פארם אינדוסטריע וועלכע וואקסט און פארקויפט פרוכט און גרינצייגן, וואס אזוי ארום וועט עס קאסטן פיל ביליגער פאר די בירגער צו קויפן אין די געשעפטן – און זאגן אז דאס קען זיין א נוצבארע רעגירונגס פאליסי וועלכע וועט שניידן הארץ קראנקהייטן און וועט ראטעווען לעבנס. די פארשער זאגן אז טראץ דעם פארשריט אין געזונטהייט אין אמעריקע, זעט מען א שטארקן אונטערשייד אינעם ראטע פון הארץ קראנקהייטן און טויטן, צווישן די רייכע און ארעמע שיכטן, וואס מ'שרייבט דאס טיילווייז צו צום פאקט, אז רייכערע עלעמענטן עסן א בעסערע דיעטע און האבן מער צוטריט צו פרוכט און גרינצייג. דאקעגן די ארעמע שיכטן קענען זיך עס נישט ערלויבן. רעגירונג סובסידיעס פאר דער פרוכט און גרינצייג אינדוסטריע וועט דאס טוישן.

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל