סאוט קאראליינע – א טערמינאל ביים וואסער פּארט פון טשארלסטאן, סאוט קאראליינע, איינס פון די מערסט-פארנומענע האנדל בארטנס אין די פאראייניגטע שטאטן, איז ווידער-געעפנט געווארן נעכטן פארטאגס, נאכדעם ווי ס'איז געווען אפגעשפארט פאר מער ווי זיבן שטונדן צוליב א באמבע שרעק. די לאקאלע פאליציי האט אריינבאקומען א טעלעפאן קאל פון עמיצן אז ער האט באריכטן אז עס געפינט זיך א כעמישע באמבע אויף א גרויסער קאנטעינאר שיף וועלכע האט געאנקערט נעבן וואסער, און באלד זענען אריינגערופן געווארן די קאוסט גארד, פעדעראלע אגענטן, העזמעט און באמבע עקספערטן, און האבן עוואקואירט די גאנצע געגנט, אראפפירנדיג די איינגעשטעלטע פון שיף, עס צו קענען אונטערזוכן. נאך זיבן שעה זוכן, האט זיך ארויסגעשטעלט אז דער געפאר איז געווען לעכערליך, און די פאליציי האט באוויזן צו ארעסטירן דעם פארשוין וועלכער האט אריינגערופן און אנגעזייט די שרעק, ווייל זיי ווילן הערן פארוואס ער האט דאס געטאן.





קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל