פלארידע – היינט פרייטאג דערווארט מען אז טראמפ וועט געבן א רעדע אין מיאמי, וואו ער וועט מעלדן אז די אמעריקאנער רעגירונג וועט ווידער איינצוימען אירע פאליסיס ארום קובא, וואס וועט ארייננעמען פרישע פארבאטן אויף אמעריקאנער טוריזם אהין, און אויך א פארבאט אויף אמעריקאנער פירמעס וועלכע ווילן טאן ביזנעס מיט דער קובאנער רעגירונג און מיליטער, אדער אפילו בלויז קובאנער ביזנעסער וועלכע האבן דאס מינדעסטע אפיציעלע שייכות מיט דער קובאנער רעגירונג און מיליטער. טראמפ'ס נייע פאליסיס וועלן קומען אלס דירעקטער צוריקדריי פון באראק אבאמא, וועלכער האט געהאט אויפגעלעזט עטוואס פון דער אנגעצויגנקייט צווישן די צוויי לענדער און לויזער געמאכט די טראוועל פארבאטן וואס זענען געווען אין פלאץ לאנגע יארן. אונטער אבאמא איז טוריזם קיין קובא ווייטער געווען פארבאטן, אבער מ'האט געמעגט גיין אהין מיט גרופעס זיך צו לערנען איבער דער ארטיגער היסטאריע און קולטור – און יעצט וועט טראמפ צוריקשטעלן א טאטאלן פארבאט.



קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל