וואשינגטאן – אין צוויי מעסעדזשעס נעכטן אויף טוויטער, האט פרעזידענט טראמפ אראפגעריסן די פרישע באריכטן אז דער ספעציעלער פראקוראר ראבערט מוללער פארשט אויס טראמפ פערזענליך צו דערגיין צי ער איז באגאנגען "אבסטראקשען אוו דזשאסטיס", וואס באדייט צו פרובירן שטערן אן אנגייענדיגע אויספארשונג, דערמיט וואס ער האט ארויסגעווארפן דזשעימס קאומי וועלכער האט אנגעפירט מיט'ן רוסלאנד אויספארשונג. טראמפ שרייבט "זיי האבן אויפגעטראכט א פאלשע זאך איבער קאאפעראציע מיט די רוסן., האבן נישט געטראפן קיין שום באווייזן. טא יעצט גייען זיי זוכן 'אבסטראקשען אוו דזשאסטיס' אויף דער נישט-געשיכטע. שיין!", צולייגנדיג עטליכע מינוט דערויף, "איר האלט יעצט מיט די סאמע גרעסטע 'וויטש-האָנט' (א מכשיפות-געיעג...) אין היסטאריע, וואס ווערט געפירט דורך זייער שלעכטע פארשוינען". מען האט נעכטן אויך געהערט פונעם סענאט שפיאנאזש קאמיטע אז זייער אויספארשונג וועט זיך ווייטער נאר קאנצענטרירן צו דערגיין צי טראמפ קאמפיין באאמטע האבן קאאפערירט מיט די רוסן, און נישט צי טראמפ האט "געשטערט יוסטיץ".



קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל