וואשינגטאן – מער ווי 190 דעמאקראטישע קאנגרעסלייט און סענאטארן האבן אריינגעגעבן אן אנקלאגע אין פעדעראלן געריכט, זאגנדיג אז ער אקצעפטירט געלטער און צאלונגען פון אויסלענדישע רעגירונג, דורך זיינע פארצווייגטע ביזנעסער, אן דעם וואס ער זאל באקומען ספעציפישע ערלויבעניש דערפאר – וואס דעריבער טוט ער פארלעצן די אמעריקאנער קאנסטיטוציע'ס "עמאליומענטס קלאוס" וועלכע זאגט קלאר אז א פעדעראלער רעגירונג איינגעשטעלטער טאר נישט אקצעפטירן קיין שום צאלונגען און געלטער פון אויסלענדישע רעגירונגען, און אויב וויל מען יא באקומען, דארף מען ספעציפיש בעטן ערלויבעניש ביי קאנגרעס יעדעס איינציגע מאל. די יעצטיגע אנקלאגע, וואס באשטייט פון דרייסיג סענאטארן און 166 קאנגרעסלייט, איז די סאמע גרעסטע קאנגרעס אנקלאגע קעגן א פרעזידענט אין היסטאריע.



זע אויך וואשינגטאן די.סי. און מערילענד יוסטיץ דעפארטמענט געבן אריין קלאגע קעגן פרעזידענט טראמפ.

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל