פלארידע – נעכטן האט מען געהערט אז די איינציגסטע כשר'ע קליינע רעסטאראנט וועלכע האט עקזיסטירט אין דער הויפט געביידע פון פארט לאטערדעיל אינטערנאציאנאלער לופטפעלד, איז אפגעשפארט געווארן. דער רעסטאראנט האט זיך געעפנט מיט גרויס פאמפע אין יאר 13', ווערנדיג אויפגענומען מיט גרויס פרייד ביי די צענדליגער טויזנטער אידן פון איבער אמעריקע וועלכע דרייען זיך דורך אינעם לופטפעלד איבער'ן יאר, אויפ'ן וועג קיין מיאמי פאר וואקאציעס, און יעצט איז עס אפגעשפארט געווארן אן קיין שום פריערדיגער מעלדונג. דער רעסטוראנט איז קאנטראלירט געווארן דורך דער דעלאוועיר נארט טרעוול האספיטעליטי פירמע וועלכע קאנטראלירט אלע עסנווארג געשעפטן און קלייטן אינעם לופטפעלד, און מיטאמאל האבן זיי געשיקט א נאטיץ צו עלען סוססער, די אייגנטימער פונעם אידישן רעסטוראנט, אז זיי וועלן זיך מוזן אפשפארן, אן דעם וואס זיי האבן אנגעגעבן א סיבה דערצו. דערווייל האט די פירמע נאכנישט ארויסגעגעבן קיין ערקלערונג פארוואס זיי האבן אפגעשפארט דעם רעסטוראנט, וואס ווערט אויפגענומען מיט גרויס אנטוישונג ביי אלע אידישע רייזנדע וועלכע זענען אפט אין דעם לופטפעלד.



קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל