שיקאגא – צען ישיבה בחורים האבן פארלוירן זייערע רענצלעך און זייערע תפילין'ס זייענדיג אויף א באזוך אין שיקאגא. די בחורים זענען געקומען צו פארן פון סאוטפיעלד, מישיגען, וואו זיי לערנען אין דער ישיבה בית יהודא, זייענדיג אויף א ספעציעלן אויספלוג קיין שיקאגא, ווען זיי האבן פארקירט זייער ווען אויף א גאס, אריין אין עפעס א לאקאל, און ווען זיי זענען ארויסגעקומען, האבן זיי געזען אז וואנדאלן האבן זיך איינגעבראכן אינעם ווען און אוועקגערויבט צען רענצלעך און צען פאר תפילין. דער ווייטאג ביי די בחורים איז זייער גרויס, אויסער די גרויסע פינאנציעלע שאדנס פון פארלירן די רענצלעך און אלע זייערע חפצים, און די טייערע תפילין'ס. דער אנפירער פונעם אויספלוג, האב יוסף מאסקאוויטש פון די בוקטאָון וויקער פּאַרק חב"ד, האט זיך פארבינדן מיט דער שיקאגאער פאליציי דעפארטמענט, וואס איז אראפגעקומען צו דער סצענע אראפשרייבן אלע דעטאלן פון דער גניבה, און זיי האבן פארשפראכן צו זאמלען סורוועילענס קאמערעס און אנדערע באווייזן צו דערגיין די שפורן פון די גנבים.



קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל