מאסקווע – דער רוסישער פרעזידענט, וולאדימיר פוטין, האט זיך גערייצט מיט'ן ארויסגעווארפענעם אמעריקאנער עף-בי-איי דירעקטאר, דזשעימס קאומי, אין א פרישן אינטערוויו. פוטין האט געזאגט אז ער האט מיטגעהאלטן דעם אויפטריט וואס קאומי האט געגעבן פאריגע וואך דאנערשטאג פארנט פון דער אמעריקאנער סענאט שפיאנאזש קאמיטע, און ער האט נישט געזען אז קאומי זאל ארויסשטעלן איין קראנטן באווייז אז רוסלאנד האט עפעס געהאט א שייכות מיט די העקערייען און פראפאגאנדע קאמפיין אין לויף פונעם קאמפיין סעזאן פון די אמעריקאנער פרעזידענט וואלן. פוטין האט צוגעלייגט אז יעצט אז קאומי האט זיך מודה געווען אז ער האט ארויסגעליעקט צו דער מידיא זיינע פריוואטע מעמאס איבער געשפרעכן מיט פרעזידענט טראמפ, זעט ער נישט פארוואס קאומי איז אנדערש פון עדווארד סנאודען, וועלכער האט ארויסגעליעקט ען-עס-עי דאקומענטן. פוטין האט סארקאסטיש געזאגט אז אויב קאומי וועט אויסשטיין קרימינאלע קלאגעס דורך דער אמעריקאנער רעגירונג, איז ער גרייט אז קאומי זאל קומען קיין מאסקווע און ער וועט אים געבן פאליטישע שוץ.



קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל