ענגלאנד – די צאל אומגעקומענע פונעם מאסיוון פייער וואס האט אויסגעבראכן מיטוואך פארטאגס אין א לאנדאנער אפארטמענט-הייזער טורעם איז נעכטן געשטיגן צו זיבעצן, ווען די עמוירדזשענסי באאמטע און רעטונגס אפיצירן האבן געטראפן פרישע קערפער אין די אפגעברענטע שטאקן. דערווייל זענען נאך צענדליגער איינוואוינער פון דער געביידע נישט אפגעפונען געווארן, און די אויטאריטעטן ווארענען אז די צאל פאטאליטעטן וועט מעגליך שטייגן אריבער הונדערט. אין דער זעלבער צייט האט מען געהערט פון אקטיוויסטישע גרופעס וועלכע האבן פארלאנגט א גרונטליכע אויספארשונג, אנצייגנדיג אויף באריכטן אז איינוואוינער אינעם טורעם האבן שוין לאנגע מאנאטן געווארנט און זיך געבעטן ביי די אויטאריטעטן אז די געביידע פארמאגט א סאך פייער-רעגולאציע פארלעצונגען. די אקטיוויסטן זאגן אז די לאקאלע אויטאריטעטן אין מערב לאנדאן האבן ווארשיינליך איגנארירט די ביטעס און ווארענונגען פון די איינוואוינער, וויבאלד דער גאנצער טורעם איז געווען באוואוינט מיט ארימע פאמיליעס, אין דער צייט וואס דער גאנצער ראיאן ארום זענען מער רייכע איינוואוינער.



קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל