דאוהא – די רעגירונג אין קאטאר האט זיך נעכטן געגרויסט מיט אן אפמאך וואס זי האט געשלאסן מיט דער אמעריקאנער רעגירונג, אפצוקויפן פרישע מיליטערישע פליגערס, זאגנדיג אז דער דיעל צייגט אז די אמעריקאנער רעגירונג טוט הונדערט פראצענט שטיצן קאטאר, אין א צייט ווען קאטאר איז פארמישט אין א קאמף מיט אלע אנדערע אראבישע גרויסמאכטן, וועלכע פרובירן אויסצושליסן און איזאלירן קאטאר צוליב באשולדיגונגען אז זי שטיצט טעראר. קאטאר און די פאראייניגטע שטאטן האבן געשלאסן אן אפמאך אז קאטאר וועט אפקויפן עף-15 מיליטערישע פליגערס אין ווערד פון צוועלף ביליאן דאלער, און אויסער דעם האבן קאטארישע מיליטערישע באאמטע געמאלדן נעכטן אז צוויי אמעריקאנער מיליטערישע שיפן זענען אנגעקומען צו די ברעגעס פון קאטאר פאר געמיינזאמע מיליטערישע איבונגען. סאודי אראביע פיגורן זאגן אבער אז דער דיעל צייגט בכלל נישט גארנישט פאזיטיוו פאר קאטאר, דערמאנענדיג אז בלויז עטליכע וואכן צוריק האט אמעריקע געשלאסן אן אפמאך צו פארקויפן וואפנס פאר סאודי אראביע אין ווערד פון 110 ביליאן דאלער.


קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל