עיר-קאנדישאן געלטער פאר קראנקע ניו יארקער

אלבאני – ניו יארק גאווערנאר ענדרו קאומא האט געמאלדן, אז עס איז געשאנקען געווארן פרישע דריי מיליאן דאלער פעדעראלע געלטער וואס וועט גיין צו העלפן ניו יארק סטעיט איינוואוינער מיט ערנסטע געזונטהייט פראבלעמען, זיי זאלן קענען איינקויפן און אינסטאלירן עיר-קאנדישאנס צום בעפארשטייענדיגן זומער סעזאן.

קאומא זאגט אז די זומערדיגע היצן קענען זיין אן ערנסטער געפאר פאר מענטשן וועלכע ליידן פון אטעמען פראבלעמען און אנדערע לונגען סיטואציעס, דעריבער קומט די פרישע פעדעראלע געלטער אין א פאסיגער צייט.

די ניו יארק סטעיט רעגירונג זאגט אז די געלטער וועלן פארטיילט ווערן דורך דעם עקזיסטירנדן "היעפ" הילפס פראגראם, און צו קענען ווערן קוואליפיצירט צו באקומען די געלטער פאר עיר-קאנדישאן, דארף מען זיין פעליג לויט די ביז-יעצטיגע היעפ פארשריפטן, וועלכע זאגן וויפיל מען מעג פארדינען און נאך אלץ קענען באקומען די געלטער. אפליקאציעס פאר דער עיר-קאנדישאן הילף ווערט אנגענומען ביז אוגוסט 31, אדער ביז די 3 מיליאן דאלער וועט אויסלויפן.

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל