מייקל סלעיגער

סאוט קעראליינע – א פרישער באריכט וואס איז נעכטן ערשינען צייגט, אז דער געוועזענער סאוט קאראליינע פאליציי אפיציר וועלכער האט געשאסן און אומגעברענגט אן אומבאוואפנטן שווארצן מאן אין יאר 15', וועט זיך דערקלערן שולדיג אויף די פעדעראלע קלאגעס וואס זענען ארויסגעשטעלט געווארן קעגן אים.

די רעדע איז פון מייקל סלעיגער, וועלכער האט אין אפריל 4, יאר 15' נאכגעיאגט צופוסנס און געשאסן עטליכע מאל דעם שווארצן וואלטער סקאט, טראץ וואס סקאט איז נישט געווען באוואפנט און סלעיגער איז נישט געווען אין קיין שום געפאר.

ווען די ווידעא פון דער שיסעריי איז פובליצירט געווארן, האט דאס פאראורזאכט א נאציאנאלן שטורעם, מיט פארדאמונגען פון דעמאלטדיגן פרעזידענט באראק אבאמא און פילע קאנגרעסלייט און סענאטארן, וואס האט געברענגט אז סלעיגער זאל פארלירן זיין פאזיציע און אנגעקלאגט ווערן מיט סטעיט און פעדעראלע קלאגעס.

אונטער'ן יעצטיגן נייעם דיעל, וועלן די סטעיט פראקורארן אפשטעלן זייער מארד פראצעס קעגן סלעיגער, און סלעיגער וועט זיך דערקלערן שולדיג אויף די פעדעראלע קלאגעס קעגן אים.

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל