שטארקער טויש אין שולע-מאלצייטן רעגולאציעס

וואשינגטאן – די פעדעראלע רעגירונג האט באשטעטיגט א דראסטישן טויש אין די רעגולאציעס פאר אלע שולעס וועלכע קריגן רעגירונג געלטער, אז מען וועט מער נישט זיין געבונדן צו די שטייפע געזונטהייט רעגולאציעס וואס זענען אריינגעשטעלט געווארן אין קראפט אונטער פרעזידענט באראק אבאמא.

דאס איז טייל פון פרעזידענט טראמפ'ס קאמפיין ארויסצונעמען די רעגירונג'ס קאנטראל פון פילע אינסטיטוציעס, און דער טויש אין די רעגולאציעס איז אונטערגעשריבן געווארן דורכ'ן פעדעראלן אגריקולטור סעקרעטאר סאני פּערדיו, וועלכער האט געזאגט אז מער וועט מען נישט זיין געצווינגען, אז אלע "גרעינס" וואס ווערן סערווירט פאר די קינדער זאלן האבן א הויכע מאס "האול גרעינס" אין זיך, און אויך וועט מען ווייטער קענען סערווירן "1 פראצענט" מילך אנשטאט וואס די אבאמא אדמיניסטראציע האט געוואלט איינשטעלן מ'זאל נאר געבן "נאן-פעט" מילך פאר די קינדער.

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל