קאנגרעס באטראכט געזעצן אויף לופטליניעס


וואשינגטאן – א היציגער פארהער איז פארגעקומען נעכטן אין קאנגרעס, וואו עקזעקוטיוון פון עטליכע אמעריקאנער לופטליניעס, אריינגערעכנט "אמעריקען" און "יונייטעד", זענען גערופן געווארן צו ווערן אויסגעפארשט איבער די לעצטערע סעריע אינצידענטן, וואו פאסאזשירן ווערן שלעכט באהאנדלט און ווילד אטאקירט אויף פליגערס.

קאנגרעסמאן ביל שוסטער - און ענליך האט מען געהערט פון אנדערע קאנגרעסלייט - האט ארויסגעברענגט אז ער פארט זייער אסאך מיט פליגערס, און ער קען אליינס דערציילן אומצאליגע אינצידענטן, ערנסטע און מינדערוויכטיגע, וויאזוי די לופטליניעס פרובירן זיך צו שפארן געלטער אויפ'ן חשבון פון די פאסאזשירן.

די רעפובליקאנער און דעמאקראטישע קאנגרעסלייט האבן פאראייניגטערהייט געסטראשעט, אז אויב די לופטליניעס וועלן נישט אנהייבן איינשטעלן בעסערע קאסטומער סערוויס, וועט מען מוזן דורכפירן א סעריע געזעצן צו באשטעטיגן פרישע רעגולאציעס אויף דער אוויאציע אינדוסטריע.

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל