טראמפ: עס פעלט זיך אויס א שאטדאון

וואשינגטאן – פרעזידענט טראמפ האט אין א סעריע מעסעדזשעס אויף טוויטער נעכטן אינדערפרי געשריבן, אז עס פעלט זיך וויכטיג אויס א "רעגירונג שאטדאון" קומענדיגן סעפטעמבער (ווען די יעצטיגע אויסגעארבעטע שפענדונג ביל וועט אפלויפן), ווייל נאר אזוי וועט מען קענען פאררעכטן די ערנסטע פראבלעמען מיט'ן פעדעראלן בודזשעט, געבנדיג אנצוהערן אז די דעמאקראטן וועלן זיך דערשרעקן פונעם שאטדאון און וועלן מסכים זיין מיטצושפילן מיט טראמפ'ס פארלאנגען צו שניידן וויכטיגע פראגראמען און געלטער פונעם בודזשעט.

אויך האט טראמפ געשריבן, אז די רעפובליקאנער דארפן טוישן די סענאט רעגולאציעס, זיי זאלן קענען באשטעטיגן געזעצן אן דעם וואס זיי זאלן דארפן צוקומען צו סיי וועלכע שטיצע פון די דעמאקראטן. טראמפ שרייבט אויך אז די רעפובליקאנער זאלן זיך אריינלייגן צו געווינען מער קאנגרעס און סענאט זיצן אין די יאר 18' וואלן, וואס וועט פארגרינגערן די ארבעט פון באשטעטיגן נייע געזעצן, ווייל האפנטליך וועלן די רעפובליקאנער האבן א סופער-מאיאריטעט אין סענאט און נישט דארפן צוקומען צו די דעמאקראטן.

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל