רעפובליקאנער האלטן אט ביים אפשאפן אבאמאקעיר


וואשינגטאן – שרייבנדיג די שורות, דינסטאג נאכמיטאג, זעט אויס ווי די רעפובליקאנער אין קאנגרעס וועלן סוקסעספול באווייזן אפצוהאלטן אן אפשטימונג אויף אפצושאפן אבאמאקעיר, ברענגענדיג צו רעאליטעט א זאך וואס טראמפ האט פארשפראכן ביים קאמפיין, און א זאך וואס מיליאנען אמעריקאנער פארלאנגען שוין פון דער ערשטער מינוט וואס אבאמאקעיר איז אריין אין קראפט עטליכע יאר צוריק.

עס זענען פארהאן 435 זיצן אין קאנגרעס, אבער יעצט זענען בלויז 431 זיצן אנגעפילט, וואס באדייט אז עס פעלט זיך אויס 216 (בערך איינס מער ווי האלב פון 431) צו קענען בטל מאכן אבאמאקעיר. די רעפובליקאנער האבן 238 קאנגרעס זיצן (און די דעמאקראטן האבן 193), וואס באדייט אז אפילו אויב 22 רעפובליקאנער וועלן שטימען קעגן דעם אבאמאקעיר-אנולירונג ביל, וועט דער ביל נאך אלץ באשטעטיגט ווערן, און לויטן חשבון יעצט, שרייבנדיג די שורות, האבן די רעפובליקאנער 215 זיכערע שטימען פאר'ן אבאמאקעיר-אנולירונג ביל, וואס באדייט אז זיי דארפן האבן נאך איינס.

(ערקלערונג: דאס האט נישט קיין שייכות מיט'ן אלגעמיינעם בודזשעט ביל וואס מיר האבן נעכטן באריכטעט. דארטן ליגט טאקע נישט אריינגעלייגט קיין שום טייל וואס וועט טשעפען מיט אבאמאקעיר, אבער אויב די רעפובליקאנער אין קאנגרעס קענען באשטעטיגן דעם באזונדערן אבאמאקעיר-אנולירונג ביל, וועט עס ווירקליך בטל ווערן.)

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל