מיניסטער זיגמאר געבריעל

בערלין – מען האט געהערט שארפע קריטיק קעגן דעם דייטשישן אויסערן מיניסטער, נאכדעם וואס ער האט זיך אויסגעדרוקט אז די מיטגלידער פון דער "סאציאלע דעמאקראטן" פארטיי אין דייטשלאנד האבן געליטן די זעלבע פייניגונגען ווי די אידן פונעם נאצישן רעזשים ביים קריג.

מיניסטער זיגמאר געבריעל (Sigmar Gabriel) האט געשריבן אן ארטיקל אין א לאקאלער צייטונג, וואו ער האט ארויסגעברענגט אז אייראפע דארף זיך פאראייניגן צו קעמפן קעגן די פארשידענע נאציאנאליסטישע פארטייען וועלכע זענען געווארן לעצטנס שטארק פאפולער, און אינעם ארטיקל האט ער ארויסגעברענגט אז אזעלכע סארט נאציאנאליסטישע פארטייען פירן צו באוועגונגען א שטייגער ווי די נאצי באוועגונג, "פון וועלכע מיר סאציאלע דעמאקראטן זענען געווען די ערשטע קרבנות, גענוי ווי די אידן".

זיין פארגלייכונג איז אראפגעריסן געווארן אלס אומסענסיטיוו, ווייל טראץ וואס ס'איז טאקע אמת אז היטלער ימ"ש האט געפייניגט זיינע פאליטישע קעגנער אין דייטשלאנד, האבן די פאליטישע קעגנער נישט געליטן א הונדערטסטל פון די סיסטעמאטישע מאסן מארדן און רציחות וואס די אידן האבן געליטן.

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל