מירון


ארץ ישראל – הרב מאיר שטערן שליט"א, דער מירונער רב, איז נעכטן ארויסגעקומען מיט א בריוו אין וועלכן ער בעט מ'זאל מפרסם מאכן פאר אלע וועלכע פלאנירן צו קומען קיין מירון אויף ל"ג בעומר, אז מ'זאל אפשטופן די געפלאנטע הדלקות אין אתרא קדישא מירון, צו פארמיידן סיי וועלכע מעגליכע חילולי שבת.

די טעמע פון מעגליכע חילול שבת איז אויפגעברענגט געווארן היי יאר, וויבאלד ל"ג בעומר געפאלט אום זונטאג און ס'הייבט זיך שוין אן מוצאי שבת גלייך נאכ'ן זמן, וואס ליידער האט מען שוין געהערט פון באס פירמעס אז זיי וועלן אנהייבן ארויספארן מיט באסעס נאך בעפאר'ן זמן מוצאי שבת קודש.

כדי דאס צו פארמיידן, האט דער מירונער רב געבעטן אז די הדלקות זאלן זיך נישט אנהייבן פריער ווי 4 אזייגער זונטאג פארטאגס, אנדערש ווי ביז היי יאר, ווען עס פלעגט זיך אנהייבן שפעטסטנס 12 אזייגער ביינאכט, אויך בעט ער אז די באסעס זאלן זיך ערשט ארויסלאזן קיין מירון אום 12 אזייגער מוצאי שבת ביינאכט.

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל