פראנקרייך – פאליטישע קעגנער פון דער פראנצויזישער פרעזידענט קאנדידאטקע, מארינע לא פען, פון דער עקסטרעם-רעכטער "נאציאנאלער פראנט" פארטיי, האבן נעכטן פארפירט נאכדעם וואס ס'האט זיך ארויסגעשטעלט אז לא פען האט טיילן פון איר געגעבענע רעדע אום זונטאג פלאגיאירט און גערויבט פון א רעדע וואס דער קאנסערוואטיווער פרעזידענט קאנדידאט, פראנסוא פילאן, וועלכער האט פארלוירן די ערשטע רונדע וואלן, האט געגעבן אין אפריל.

דער טייל וואס לא פען האט נאכקאפירט ווארט–ביי–ווארט פון פילאן איז געווען איבער'ן פראנצויזישן נאציאנאלן שטאלץ, אז סטודענטן איבער דער וועלט זוכן זיך צו לערנען רעדן פראנצויזיש. נאכ'ן זען דעם שטורעם וואס איר קאפירן די רעדע האט אנגעמאכט, האבן אירע געהילפן געזאגט אז זי האט געוואוסט אז זי זאגט נאך א שטיקל פון פילאן, און דאס געזאגט מיט א ציל, וועלנדיג אריבערגעווינען פילאן'ס שטיצער.

לא-פען האט אויך נעכטן געמאכט נייעס ביים דערקלערן, אז אויב געווינט זי, וועט פראנקרייך שוין זיין אפגעטיילט פונעם יורא וואלוטע אין 2 יאר.

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל