ניקאלעס מאדורע וויל נאכקאפּירן שאוועז
קאראקאס – דער ווענעזועלער פירער, ניקאלעס מאדורע, וועמענ'ס רעגירונג שטייט אויף הינערנע פיס אלס רעזולטאט פון א געפלאגטער עקאנאמיע און מאסיווע טעגליכע פראטעסטן, האט נעכטן געזאגט אז ער וויל איבערשרייבן די ארטיגע קאנסטיטוציע.

מאדורע'ס פארגייער, דער באקאנטער קוריאזער יוגא שאוועז, האט געטאן אן ענליכע זאך ווען ער איז אריינגעקומען צו דער מאכט אין יאר 999', פאררופנדיג וואלן צו ערוועלן דעלעגאטן צו א ספעציעלער "קאנסטיטוציאנעלע דעלעגאציע", און די דעלעגאטן האבן באשטעטיגט א נייע קאנסטיטוציע.

עס ווערט אבער אנגעצייגט אז שאוועז איז דאן געווען זייער פאפולער, האט דאס פאלק דעריבער אויטאמאטיש געשטימט פאר די דעלעגאטן וועמען שאוועז האט געוואלט אריינבאקומען, און ער האט אזוי געטוישט די קאנסטיטוציע צו זיין געשמאק. מאדורע, דאקעגן, איז זייער נישט פאפולער, און ער ווייסט אז דאס פאלק וועט אריינוועלן דעלעגאטן וואס זענען קעגן אים, דעריבער האט ער געמאלדן אז די וואלן וועלן זיין אנדערש, דאס פאלק וועט בלויז האבן א שאנס צו ערוועלן האלב פון די דעלעגאטן, און די איבריגע העלפט וועט ער שוין אליינס באשליסן אריינצושטעלן.

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל