סאודי אראביע: קיין געשפרעכן מיט איראן

ריאד – א הויכראנגיקער רעגירונג מיניסטער אין סאודי אראביע האט נעכטן קאטעגאריש דערקלערט, אז זיי זענען נישט גרייט צו פירן קיין שום שלום-געשפרעכן מיט איראן, און ער האט אויך געשיקט א שארפע מיליטערישע סטראשע פאר איראן.

סאודי אראביע און איראן זענען שוין לאנגע יארן אויף מעסער-שטעך, זיי קריגן זיך איינער קעגן צווייטן איבער'ן איינפלוס אין דער אראבישער וועלט, באזונדער וויבאלד איראן איז א מאיאריטעט שאיאטישע מוסולמענער, בעת סאודי אראביע באשטייט פון סונישע מוסולמענער.

דער סאודיער אויסערן מיניסטער, דעפיוטי פרינץ מוכאמעד בין סאלמאן, זאגט אז סאודי אראביע קען נישט שלום מאכן מיט איראן, ווייל זי איז א לאנד וואס לעבט אין שאיאטישע פאנטאזיעס און זי זוכט נישט צו לעבן גוט מיט דער איבעריגער טייל וועלט. פרינץ בין סאלמאן זאגט, אז אויב סאודי אראביע וויל, קען זי אין געציילטע טעג גענצליך חרוב מאכן איראן'ס גאנצע מיליטער.

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל