בעיאן בריק רענאוואציע גאלאפירט פאראויס



ניו דזשערסי – די ארבעט העכער צו מאכן די בעיאן בריק, וועלכע פירט פון ניו דזשערסי קיין ניו יארק סיטי, וועט פארטיג זיין מיט זעקס מאנאטן פריער ווי געפלאנט, לויט א מעלדונג פון ניו דזשערסי גאווערנאר קריס קריסטי.

די ארבעט איז אונטערגענומען געווארן מיט עטליכע יאר צוריק, וויבאלד די בריק פארמאגט אן אונטערשטע שטאק וואס ברענגט אז נישט אלע סארט גרויסע שיפן קענען דורכפארן און עס האלט אפ פילע האנדלס שיפן פון אנקומען צו די ניו יארקער און ניו דזשערסיער פּארטן.

מען ארבעט אראפצונעמען דעם אונטערשטן שטאק פון דער בריק – א פראיעקט וואס וועט אפקאסטן א ס"ה פון 1.6 ביליאן דאלער, און נאכ'ן פארטיגן וועט די בריק זיין 215 פוס העכער'ן וואסער פלאך, וואס באדייט אז פיל-העכערע און גרעסערע שיפן וועלן קענען דורכפארן, און אזוי וועט די בעיאן בריק אויך זיין די זעלבע הייעך ווי די ווערעזאנא בריק אין ניו יארק. דאס אריינברענגען מער האנדלס שיפן קיין ניו יארק איז אזוי וויכטיג פאר די עקאנאמיעס פון די 2 סטעיטס, אז מען האט פאראיאר באזונדער דורכגעפירט א פראיעקט צו פארטיפערן פילע ניו יארקער וואסער קאנאלן, פאר דער סומע פון 2.1 ביליאן דאלער.

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל