זעלבסט-דרייוונדיגע קאר


ניו יארק – פאריגע וואך האבן מיר געשריבן דעם אינטערעסאנטן פענאמען וויאזוי "ווירטואלע רעאליטעט" טעכנאלאגיע טוישט די וועלט פון ריעל עסטעיט, ווייל מענטשן קענען נעמען טורס אין א הויז דורכ'ן עס קוקן מיט דער ספעציעלער ווירטואלע-רעאליטעט טעכנאלאגיע.נעכטן איז געווען אין די נייעס אן אנדער אינטערעסאנטע אנטוויקלונג, נעמליך, וויאזוי זעלבסט-דרייוונדיגע קארס וועלן האבן אן אומגעהויערן אימפאקט אויף דער וועלט פון ריעל עסטעיט.

מאנלאו ווענטורעז איז א ניו יארקער ריעל עסטעיט האנדלער, זאגט ער אין אן אינטערוויו מיט דער פינאנציעלער "סי-ען-בי-סי" נייעס סטאנציע, אז דער פאקט וואס ביז אפאר יאר וועלן א מערהייט מענטשן האבן דרייווערלאזע קארס, באדייט אז עס וועט זיך מער נישט אויספעלן אזעלכע גרויסע פארקינג לאטס, ווייל דער קאמפיוטער קען פארקירן פונקטליכער און שמעלער ווי דער מענטש, און אויך וועט זיך שוין נישט אויספעלן אזויפיל גאז סטאנציעס, נעמענדיג אין באטראכט אז די דרייווערלאזע קארס וועלן זיין עלעקטראנישע – און די צוויי פאקטארן וועלן באדייטן אז ס'וועט זיין פיל מער פראפערטי צו בויען הייזער, און צו קענען בויען גרעסערע הייזער, וואס איז א פאזיטיווע אנטוויקלונג סיי פאר ריעל עסטעיט סוחרים און סיי פאר פאמיליעס.

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל