קאליפארניע – א קליינע נייע טעכנאלאגישע פירמע איז אויפגעקומען מיט א געדאנק, וואס זיי זאגן וועט עלימינירן דאס דארפן גיין צום אויגן דאקטער, ווייל יעדער מענטש וועט קענען אליינס זיין אן אויגן דאקטער און זיך אונטערזוכן צי מען דארף ברילן, און אויב יא, וועלכע נומער און אזוי ווייטער.

די פירמע'ס ערפינדונג הייסט "איי-קיו", און עס איז א קליינע מאשינקע וואס זעט אויס ווי א פשוט'ער קוקער. עס ארבעט דורכדעם וואס מען אינסטאלירט די "איי-קיו" אפליקאציע אויפן סעלפאן, דערנאך לייגט מען צו דעם קוקער צום סעלפאן בעת די "איי-קיו" אפליקאציע איז אפן, און עס קומען ארויף עטליכע אנווייזונגען, וויאזוי מען זאל אריינקוקן אינעם קוקער און פארשידענע קנעפלעך אויפן סעלפאן צו דרוקן. דער גאנצער פראצעדור דויערט נישט מער ווי צען מינוט, און די אפליקאציע קומט צוריק מיט רעזולטאטן צי מען דארף האבן ברילן און וועלכע נומער.

צו באשטעלן אזא קוקער קאסט בלויז $30 דאלער.

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל