ווירטואלע רעאליטעט וועט העלפן מיט ריעל עסטעיט


ניו יארק – א נייע טעכנאלאגיע פירמע, ווירטואל-אפּט, איז אויפגעקומען מיט אן אינטערעסאנטן בייפאל, צו נוצן די "ווירטואלע רעאליטעט" טעכנאלאגיע אין דער ריעל עסטעיט מארקעט, וואס ווי עקספערטן זאגן וועט ברענגען א רעוואלוציע אין דער ריעל עסטעיט וועלט.

ווירטואלע רעאליטעט באדייט ווידעאס וועלכע מען דארף קוקן דורכ'ן אנטאן ספעציעלע ברילן, וואס מאכט דעם מענטש שפירן ווי גלייך ער איז ווירקליך אינעם פלאץ וואס ער זעט אינעם ווידעא, און די טעכנאלאגיע איז אזוי עכט, אז מענטשן וועלכע האבן געקוקט א "ראולער-קאוסטער" רייד דורך דער ווירטואלער רעאליטעט טעכנאלאגיע, האבן דערנאך געשפירט איבלענישן ווי גלייך זיי וואלטן עכט געפלויגן אויפ'ן רייד.

די "ווירטואל-אפּט" פירמע האט אנטוויקלט א ספעציעלן סערוויס, אז אויב עמיצער האט צו פארקויפן א דירה, קומען זיי אראפ און רעקארדירן ספעציעלע ווידעאס פון דער גאנצער דירה, מיט דער ווירטואלער רעאליטעט טעכנאלאגיע, וואס דערנאך קען דער פארקויפער ארומשיקן די ווידעא פאר פאטענציעלע קונים, אן דעם וואס די קונים זאלן דארפן אראפקומען פיזיש קוקן די דירה, ווייל זיי קענען ממש קוקן יעדע איינציגע דעטאל און ווינקל פון דער דירה דורך דער ווירטואלער רעאליטעט ווידעא.

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל