ניו יארק וועט אונטערנעמען טראטואר רייניגונג

מאנהעטן – ניו יארק סיטי מעיאר ביל דעבלאזיא וועט היינט מיטוואך ארויסשטעלן זיין בודזשעט, וואס וועט האבן אין זיך א פלאן אויסצוגעבן 1.8 מיליאן דאלער אויף א ספעציעלן פראיעקט צו רייניגן די טראטוארן לענגאויס אלע פינף באראס פון דער סיטי.

דאס געלט וועט גיין אויף איינצוקויפן פערצן נייע ספעציעלע טראקס וועלכע זענען אויסגעשטאט מיט באַרשטן און וואסער איינריכטונגען צו רייניגן די טראטוארן און אויך אויפצונעמען א שטאב פון 32 דרייווערס פאר די טראקס, אלס טייל פון דעבלאזיא'ס "קליען-ניו יארק סיטי" פראיעקט.

די דעבלאזיא אדמיניסטראציע זאגט אז די טראקס וועלן ארומפארן אמווייניגסטנס איינמאל א יאר אפצואוואשן אנגעקלעבטע שמוץ און אנגעלייגטע פלעקן אויף די טראטוארן, אריינגערעכנט גראפיטי פון וועלכע טיילן פון די סיטי ווערן שטארק געפלאגט.

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל