סופרים קאורט קעיס איבער קאמפּאני אנקלאגעס


וואשינגטאן - אן אינטערעסאנטער קעיס ליגט יעצט פארנט פונעם סופרים קאורט, וועלכע באהאנדלט די אישו פון אנקלאגעס וואס אינדיווידועלן ברענגען קעגן גרויסע קארפאראציעס און פירמעס.

ווי עס האלט יעצט, זענען די געזעצן איבערן לאנד זייער לויז ווען עס קומט צו דער מעגליכקייט פון מענטשן אריינצוגעבן קריוודע קלאגעס קעגן ביזנעסער, וואס די געזעצן ערלויבן מענטשן און זייערע לאיערס אויסצואוועלן פונקטליך אין וועלכע סטעיט אדער געריכט דיסטריקט זיי געבן אריין די אנקלאגע, און דאס ערלויבט קלוגע לאיערס אויסצואוועלן דוקא אזעלכע געריכטן וואס זיי ווייסן וועלן זיין סימפאטיש צום אנקלעגער קעגן די אנגעקלאגטע.

דער סופרים קאורט באטראכט איינצושטעלן צוימונגען, מ'זאל נאר קענען אנקלאגן ספעציפיש אין דער סטעיט/דיסטריקט וואו די פירמע איז הויפטקווארטירט אדער וואו די קריוודע/אינצידענט האט פאסירט.

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל