קאנגרעסלייט: מייקל פלין האט געבראכן געזעצן


וואשינגטאן - א גרופע רעפובליקאנער און דעמאקראטישע קאנגרעסלייט זענען נעכטן פאראייניגט ארויסגעקומען און געזאגט אז מייקל פלין האט ווארשיינליך געבראכן פעדעראלע געזעצן, דערמיט וואס ער האט נישט באקומען קיין רשות פון דער פעדעראלער רעגירונג צו פארן קיין רוסלאנד אין יאר 15׳.

פלין האט געדינט אלס ראטגעבער צום טראמפ קאמפיין, און טראמפ האט אים דערנאך גענומען אלס נאציאנאלע זיכערהייט ראטגעבער, אבער אים ארויסגעווארפן נאך אפאר וואכן ווען עס איז אויפגעדעקט געווארן אז פלין האט ליגנט געזאגט פאר וויצע פרעזידענט פּענס איבער זיינע רוסישע קאמיוניקאציעס.

יעצט זאגן די קאנגרעסלייט, אז פלין האט אין יאר 15׳, ביים פארן קיין רוסלאנד פאר א רעדע, געדארפט בעטן רשות ביי דער פעדעראלער רעגירונג, און ער האט עס נישט געטאן. אויך האט ער פארפעלט ארויסצושרייבן אז ער האט באקומען באצאלט פון רוסלאנד פאר דער רעדע.

די אלע זאכן ברענגען די מעגליכקייט פון פעדעראלע קלאגעס קעגן פלין.

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל