סיקרעט סערוויס נעמט  אויף נייעם דירעקטאר

וואשינגטאן - די טראמפ אדמיניסטראציע האט געמאלדן אז זי וועט אויפנעמען רענדאלף אלעיס אנצופירן די סיקרעט סערוויס.

דאס אויפנעמען א נייעם דירעקטאר קומט נאכדעם וואס די קריטיש-וויכטיגע אגענטור ווערט געפלאגט פון א סעריע סקאנדאלן, אנגעהויבן פון פערזענליכע מיסברויכן דורך אגענטן בשעת באזוכן אין אויסלאנד, און געענדיגט מיט די אומצאליגע אינצידענטן ווען מענטשן האבן זיך שיער אריינבאקומען אין ווייסן הויז נאכן איבערקריכן דעם צוים.

דזשאוסעף קלענסי האט געפירט די סיקרעט סערוויס אין די לעצטע 2 יאר, נאכדעם וואס אבאמא האט אים געשטעלט צו רעפארמירן די אגענטור, אבער קלענסי האט נישט באוויזן אויפצוטאן א סאך, און דעריבער האט טראמפ באשלאסן צו נעמען רענדאלף אלעיס, א דרויסנדיגער וועלכער האט נאך קיינמאל נישט געארבעט פאר די סיקרעט סערוויס, און זיין ערפארונג איז אין די מארין אפטיילונג פון דעם מיליטער.

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל