רעפובליקאנער: אבאמא היפאקריט איבער וואל סטריט רעדע


וואשינגטאן - רעפובליקאנער פאליטישאנס האבן נעכטן שארף קריטיקירט דעם געוועזענעם פרעזידענט באראק אבאמא, נאכדעם וואס עס איז באריכטעט געווארן אז אבאמא וועט געבן א רעדע ביי א ספעציעלער פארזאמלונג פון וואל סטריט באנקירן.

אין לויף פון זיינע יארן אלס פרעזידענט, האט אבאמא אראפגעריסן וואל סטריט רייכע לייט אלס אזעלכע וועלכע רייטן אויף דעם ארעמען שיכט פונעם פאלק, און ער האט זיי באצייכנט מיטן באליידיגונגס טערמין אלס ״פעטע קעץ״. יעצט האט אבאמא אקצעפטירט אויפצוטרעטן ביי א פארזאמלונג פון דער קענטאר פיצדזשעראלד פירמע, און ער וועט באקומען די אסטראנאמישע סומע פון 400 טויזנט דאלער פאר זיין רעדע. דעריבער זאגן די רעפובליקאנער אז מ'זעט ווי אבאמא איז די אלע יארן סתם געווען א היפאקריט. עס איז באזונדער אנגעצייגט געווארן אז די סומע איז אסטראנאמיש, ווייל אפילו פרוי קלינטאן, וועלכע האט געבעטן גאר טייער פאר רעדעס, פלעגט באקומען מאקסימום 200 טויזנט דאלער אין דורכשניט פאר אזעלכע רעדעס.

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל