פרישער דורכפאל פאר טראמפ אין פעדעראלן געריכט


קאליפארניע - פרעזידענט טראמפ האט נעכטן געליטן א פרישן דורכפאל אינעם פעדעראלן געריכט סיסטעם, ווען א פעדעראלער ריכטער האט געאורטיילט אז די פעדעראלע רעגירונג קען נישט צוריקהאלטן געלטער פון סיטיס און קאונטיס וועלכע ווילן זיך נישט צושטעלן צו טראמפ׳ס נייע שווערע אימיגראציע פאליסיס.

אזויפיל ווי 300 סיטיס און קאונטיס איבער'ן לאנד האבן שוין דערקלערט אז זיי וועלן נישט העלפן די טראמפ אדמיניסטראציע אינפארסירן שטרענגע אימיגראציע געזעצן, און טראמפ האט זיי געסטראשעט צוריקצוהאלטן פעדעראלע געלטער. זענען עטליכע סיטיס געלאפן אין געריכט, און דער פעדעראלער דיסטריקט ריכטער אין קאליפארניע, וויליאם אריק, האט ארויסגעגעבן א צייטווייליגן אורטייל, אז טראמפ האט נישט קיין רעכט צו בלאקירן פעדעראלע געלטער אויפן באזיס פון אימיגראציע געזעצן.

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל